א יתומל זינגט

 

נאַכט שפּירט אין שלאָף׃

 

די גאַסן הערן אױף באַקלאָגן

זײער פּוסטקײט׃

א יונג זינגט.

 

פּראַלט אױף די נאַכט אױג און אױער׃

 

דורכן ענג צעשפּאָלטן רעקל רײסט זיך דורך געזאַנג,

האָט צעריסן די פּשישװעס אױף די שיך און זינגט.

 

ער האָט נישט װו צו שלאָפֿן׃

שטרענג פֿארקלאַפּט די טױערן,

װי דער קבר פֿון זײן טאַטן,

אָן ליכט געבליבן אַלע פֿענצטער,

װי ער אָן א מאַמע,

טראָטואַר און מענטש – טױט-אָרעם בײדע,

אין קלעמענדיק-שװערע לײדיקײט

איז אַצינד די שטאָט, די שטאָט,

װי א פֿריש-געבױט יתומים-הױז :

 

איז קײן קיך נישט אױסגעמױערט,

קײן ברעקל סימן פֿון אַ טאָפּ,

קוקסט דאָרט, דאָ – בחינם, נישטאָ

די באַרמהאַרציקע שװעסטער

מיטן פֿולן פֿאַרטעך װײסע גוטסקײט,

נישט קײן שטרױזעק אין די װינקלען,

נישט קײן בעטל אױסגעבעט –

 

א יתום.

האָט נישט װו צו שלאָפֿן.

 

גלותט ער פֿון פּלאַץ צו פּלאַץ,

שלעפּט א מאָגן פֿול מיט הונגער

דורך פּוסטקע-נודנער לײדיקײט

פֿון א גרױסער שװאַרצער שטאָט,

(ער א קלײנער שװאַרצער יונג)

שלעפּט און װײסט נישט אײן נישט אױס,

גלאָצט׃ פֿון ערגעץ לױפֿט אַ מױז,

פֿליט איר נאָך, זעט נישט׃ װו?

שרײט נישט׃ גאָט, א קאַפּקע רו!

זײן גומען טױג נישט צו קײן תפֿילות,

ס'האָט אַ טאַטע נישט געלערנט,

און קײן מאַמע האָט ער אױך נישט,

פֿון װאן זשע זאָל ער שעפּן טרערן?

און פֿאַרגולמט, פֿאַרגלאָצט,

פֿאַרפֿינצטערט, אַנטשװיגן,

(װי בלעכערנע דעכער,

װי שױבן פֿון גלאָז,

װי קאַלך אױף די הײזער)

בלאָנקעט ער דורך אלע ראָגן

און װײסט נישט, װאָס אים שטעכט אין אױג׃

צי א לאַמטערן?

אפֿשר די שטערן?

און קאָן נישט דערהערן

דעם טרומײט אין לינקן אױער...

 

און משׂאדיק װױנט אױף זײן פּלײצע דער חושך,

עס הענגט אים אין ברוסט א זעקל מיט זאַמד,

ער װײסט נישט אײן און װײסט נישט אױס,

און דער זאַק מיט זאַמד איז גרױס,

 

און שפּירט נישט, בלאָנדזשענדיק, און שפּירט׃

צופֿוסנס איז אזױ געשמאַק,

אונטן יום-טובט מען א יום-טוב,

ערד קושט אים שטאַרק די זױלן.

 

לאָזט ער זיך פֿאַרחושט אַראָפּ

און ליגט – א מענטש אינמיטן גאַס,

(װי טױטע ליפּן בײ א טױטער ברוסט

איז זײן שװאַרצער קאָפּ בײם שװאַרצן ברוק)

צעזינגט זיך פֿון דער העלער הױט,

(געהערט אין פּאָליש פֿון די יונגען?

אױף ירידן פֿון אַ דזשאַד?

אָדער ערגעץ בײ ציגײנער?)

פּאָפֿט און נעמט אַרום די ערד,

חמרט – חמרט – חמרט – און

זינגט אַרױס פֿון שלאָף׃

 

"שטײנער גוטע, װײכע שטײנער,

איך בין אַמאָל געװען אַ שײנער

הײנט קוקט אױף מיר נישט קײנער

אלע שלאָפֿן, איך װאַך אײנער,

אַז איך עס נישט – װײסט נישט קײנער,

שױן שװאַרץ געװאָרן מײנע צײנער,

װײכע, װײכע, װײכע שטײנער,

איך בין אַמאָל געװען א שײנער

אין גאַנצער געגנט אײנער, אײנער,

אָ, כ'בין שױן באַלד הױט און בײנער,

װאָס-זשע שװײגט איר, האַרטע שטײנער?"

 

הערט די נאַכט אױף די גאסן,

אױף די דעכער הערט דאָס בלעך

שױבן הערן פֿון די פֿענצטער,

פֿון די הײזער הערן – ציגל׃

 

א יתומל זינגט.

--------------------------------------------------------------

רינגען (װאַרשע)  סעפּט. 1921

זז.209 - 211