דרײַ קינדער

עס רעגנט שױן נישט.

די װאָלקן אַנטלױפֿן,

די זון כאַפּט זיך אױף

און קוקט מילד אַראָפּ. –

דרײַ קינדערלעך האַלטן

פֿאַר די הענט זיך און גײען.

 

אײנס פֿון זײ זאָגט׃

 

די מאַמע האָט געהײסן

מיר אַהײם קומען פֿרי,

איך דאַרף דאָך הײַנט גײן

אױפֿן נײַעם בית־עלמין;

מײַן מאַמע גײט דאָרט

אַלע ערבֿ ראש-חודש

און זי האָט מיר דערצײלט׃

בײַם טאַטן צוקאָפּנס

װאַקסט אַ קלײן בײמל

אַזױ קלײנטשיק װי איך

און דער קבֿרות-מאַן זאָגט׃

אױף דעם בײמל װעלן װאַקסן

רױטע עפּל אַמאָל

אַ סך רױטע עפּל,

איך דאַרף דאָך הײַנט גײן

אױפֿן נײַעם בית-עלמין

הײַנט אַ יאָר איז מײַן טאַטע

געשטאָרבן און צװײ מאָל

איז ער שױן דער מאַמען

צו חלום געקומען

געפֿרעגט צי איך פֿאָלג זיך.

 

 

די װאָלקן אַנטלױפֿן.

דער הימל װערט בלױער.

די זון שיקט אַראָפּ

װײַסע טרײסט אױף דער ערד.

דרײַ קינדערלעך האַלטן

פֿאַר די הענט זיך און גײען.

 

דאָס צװײטע קינד זאָגט׃

 

די מאַמע האָט געהײסן

מיר אַהײם קומען פֿרי,

הײַנט ברענגט מען דעם טאַטן

אַהײם פֿון שפּיטאָל,

ער איז מער װי פֿיר װאָכן

נאָר ער קומט נישט צו זיך

װײַל דער אױפֿזעער לאָזט נישט

איך זאָל זײַן נעבן אים,

אים דערלאַנגען די פֿלעשלעך

און דערצײלן װאָס איך לערן, ˗

אַזױ זאָגט מײַן מאַמע

און הײַנט אין דער פֿרי

האָט זי אױף מײַן בעטל

זיך געזעצט און געלײגט

איר קאָפּ אױף מײַן קאָפּ

און האָט עפּעס געװײנט׃

"אין דײַנע אײגעלעך, שמואליק,

זינגט דער מלאך רפֿאל".

 

דער הימל װערט בלױער

און מאַכט שענער די ערד,

אין פֿאַרצינדענע ליכט

האַלט די זון אין דער לופֿטן

אַנטקעגן דער ערד,

דרײַ קינדערלעך האַלטן

פֿאַר די הענט זיך און גײען.

 

דאָס ייִנגסטע קינד זאָגט׃

 

די מאַמע האָט געהײסן

מיך אַהײם קומען פֿרי.

זי װעט שפּילן נאָך מיטאָג

אין פּילקע מיט מיר,

אַ פּילקע מיט פּאַסן

רױטע און בלױע,

און מײַן מאַמע קאָן װאַרפֿן

אַזױ הױך און כאַפּן,

און דער טאַטע קוקט צו

און שמײכלט און קושט מיך,

און קושט אױך דער מאַמען׃

די מאַמע קאָן װאַרפֿן

אַזױ הױך און כאַפּן ˗ ˗ ˗

 

אין גאָלדענע לײַכטער

צינדט-אָן די זון ליכט,

עס װערט ליכטיק אין הימל,

עס װערט ליכטיק אױף דר'ערד,

און בױם צו בױם װינקט.

און גאַס צו גאַס זינגט׃

גליק!

 

-------------------------------------------------------------

 

הײַנט (װאַרשע)2, נומ' 49, פֿעברואַר 27, 1920, ז' 6.